Skip to main content

28.4.2023 אינעם לייוויק־הויז - אַן אימפּרעזע לכּבֿוד רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

דאָנערשטיק, דעם 28סטן אַפּריל 2023, 19:00 אַ זייגער וועט אינעם לייוויק־הויז (דבֿ־הוז־גאַס, 30, תּל־אביב) פֿאָרקומען אַן אימפּרעזע לכּבֿוד שלושים פֿון דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים ע"ה, לאַורעאַטין פֿונעם ערנפּרײַז פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרן יאָר 2015.

די אונטערנעמונג ווערט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ. עס וועט זי פֿירן ד"ר מרים טרין. זי וועט אױך איבערגעגעבן ווערן אין זום: די פֿאַרבינדונג איז https://us02web.zoom.us/j/83857807525?pwd=c1hkM2VwLyt2eWszajFhSS9ZQXdTZz09 .  דער אײַנטריט־קאָד איז 450076.

מע דאַרף באַשטעטיקן אײַער באַטייליקונג פֿאַר פֿריער דורך דער בליצפּאָסט leyvikmail@gmail.com

leivik basman

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria