6.3.2023 קאָנצערט פֿון יעקבֿ שפּירו אין נוף־הגליל
מאָנטיק, דעם 6טן מאַרץ 2023, 11:00 אַ זייגער, אינעם "סבֿ־צענטער" (ליבֿנה־גאַס 2, נוף־הגליל – אַמאָליקע נצרת־עלית) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער יעקבֿ שפּירו.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. פּרטים באַקומט מען בײַ אָלגאַ דורכן טעלעפֿאָן 052-8235630.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











