Skip to main content

5.11.2021 ווירטועלע עקסקורסיע: ירושלים אינעם סאַטירישן שפּיגל פֿונעם שרײַבער דער טונקעלער

פֿרײַטיק, 5.11.2021, 10:00 אַ זייגער, וועט אָנהייבן אַ ווירטועלע עקסקורסיע מיטן ליטעראַטור־פֿאָרשער ד"ר יעד בירן אויף דער טעמע "ירושלים אינעם סאַטירישן שפּיגל פֿונעם שרײַבער דער טונקעלער".

דער דאָזיקער שרײַבער און קאַריקאַטוריסט, וועמענס אמתער נאָמען איז געװען יוסף טונקל, איז געבוירן געוואָרן אין 1881 אין באָברויסק (ווײַסרוסלאַנד) און איז געשטאָרבן אין 1949 אין ניו־יאָרק. אינעם יאָר 1931 האָט ער באַזוכט ארץ־ישׂראל.

siyur cimukim

די זום־פֿאַרבינדונג צו דער באַגעגעניש: https://us02web.zoom.us/j/84099034418

פּרטים און פֿאַרשרײַבונג:   http://www.oyc.co.il אָדער https://www.facebook.com/oyc.museum

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria