7.10.2021 קאָנצערט פֿון חן לאַקס אין ירושלים
דאָנערשטיק, דעם 7טן אָקטאָבער 2021, 11:00 אַ זייגער, אין דעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס, 12) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין חן לאַקס.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. די פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 054-6650183, 02-5664144.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










