14.1 רות לעווין זינגט אין תּל־אָבֿיבֿ אין ״אַטלאַנטידיש״
דינסטיק, דעם 14טן יאַנואַר 2020, 20:00 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער "יונג ייִדיש" (די נײַע צענטראַלע אויטאָבוסן־סטאַציע, לעווינסקי־גאַס 108, צימער 5008) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער שוישפּילערין און זינגערין רות לעווין ״אַטלאַנטידיש״. אַלעקסיי בעלאָוסאָוו וועט באַגלייטן איר געזאַנג אויף דער גיטאַר.
די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











