9.1 לעקציע פֿון יעד בירן אין ירושלים
דאָנערשטיק, דעם 9טן יאַנואַר 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט דער וועגווײַזער און ליטעראַטור־קענער יעד בירן דערלאַנגען אַ לעקציע "מנחם־מענדל אין תּל־אָבֿיבֿ, טובֿיה דער מילכיקער אין עין־חרוד: יוסף טונקלס בוך וועגן דער רײַזע קיין ארץ־ישׂראל".
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 02-5664144, דער צוגאָב־נומער: 0/10.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325











