Skip to main content

מיר זעצן פֿאָר פֿאַרעפֿנטלעכן סטודענטישע אַרבעטן, געשטיצטע פֿון דער אינסטאַנץ

שוין אין משך פֿון 4 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

איצט פּובליקירן מיר די דאָקטאָר־אַרבעט, צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַטין אסתּי ניסים פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. איר טעמע איז "די קעגנזײַטיקע באַציִונגען צווישן רוים, זעלבסטבאַוווּסטזײַן און געשלעכט אין אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס דראַמאַטורגיע".

די דיסערטאַציע אַנטהאַלט אַ בײַלאַגע: דעם פֿולן ייִדישן טעקסט פֿון גאָלדפֿאַדענס פּיעסע "בן־עמי, אָדער דער זון פֿון מײַן פֿאָלק".

 

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria