
ייִדישע דיאַלעקטן טיילן זיך אויף פֿיר גרופּעס, וועלכע שיידן זיך אונטער פֿאָנעטיש (הויפּטזאַכלעך לויט דער וואָקאַלן־אויסשפּראַך(O-U, EY-OY, EY-AY און צומאָל לעקסיש אָדער גראַמאַטיש (צום בײַשפּיל, צפֿון־מזרח־ייִדיש האָט נישט קיין זאַכלעכן מין).
יעדע גרופּע איז באַאײַנפֿלוסט געוואָרן פֿון אָרטיקע שפּראַכן. די גרענעצן צווישן די גרופּעס זײַנען אָפֿטמאָל אומדײַטלעך. יעדע גרופּע באַשטייט פֿון אַ שלל סוב־דיאַלעקטן.
מערבֿ־ייִדיש נעמט אַרום דײַטשלאַנד, האָלאַנד, שווײַץ, עלזאַס, לותר.
מיטל־ייִדיש: ס'רובֿ טעריטאָריע פֿון פּוילן, מערבֿ־גאַליציע, סלאָוואַקײַ, אונגערן, קאַרפּאַטן־רוטעניע.
צפֿון־מזרח־ייִדיש: ליטע, לעטלאַנד, עסטלאַנד, ווײַסרוסלאַנד, אייניקע טיילן פון צפֿון־פּוילן און צפֿון־אוקראַיִנע.
דרום־מזרח־ייִדיש: מזרח־אוקראַיִנע, מזרח־גאַליציע, ראָמעניע אײַנשליסנדיק בוקאָווינע און מאָלדאָווע.
די ליטעראַרישע ייִדישע כּלל־שפּראַך איז אויסגעאַרבעט געוואָרן פֿון דער ייִוו"אָ און שטימט נישט פֿולשטענדיק מיט קיין אײן קאָנקרעטן דיאַלעקט. מער פּרטים
ייִדישער אַלף־בית מיט ענגלישע דערקלערונגען פֿון די אונטערשיידן צווישן דיאַלעקטן
אוריאל װײַנרײַכס אַרטיקל "ראשי־פּרקים פֿון אַ דעסקריפּטיװער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע"
פּראָפֿ' אַסטריד שטאַרק־אַדלער – די פֿאָרשערין פֿון מערבֿ־ייִדיש און עלזאַסער סובדיאַלעקטן