Skip to main content

מאַי - יוני 2018: סעמינאַר "ירושלים דליטא"

פֿון סוף מאַי ביזן סוף יוני 2018 וועט אין ירושלים און אין ווילנע פֿאָרקומען אַ סעמינאַר וועגן דער ייִדישער קולטור "ירושלים דליטא", אָרגאַניזירט פֿונעם מעמאָריאַל־צענטער "יד־ושם" בשותּפֿות מיטן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.

די אָפּטיילונג פֿאַר פֿאַראייביקונג און קהלישע פֿאַרבינדונגען פֿונעם "יד־ושם" לאַדט אײַך אײַן צו דער דאָזיקער פֿאַרכאַפּנדיקער אימפּרעזע. מער פּרטים קאָן מען באַקומען אויפֿן וועבזײַטל.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria