פֿאַרבעטונג צו באַטייליקן זיך אין דער אויסשטעלונג פֿון קאַריקאַטורן און קאָמיקסן
דער ישׂראלדיקער פֿאַראיין פֿון קאַריקאַטורן־ און קאָמיקסן־שעפֿערס, מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, לאַדט אײַן די קינסטלערס צו באַטייליקן זיך אין דער קינפֿטיקער אויסשטעלונג פֿון קאַריקאַטורן און קאָמיקסן "ייִדישפּיץ!".
עס וועלן אָנגענומען ווערן שאַפֿונגען, וועלכע דריקן אויס אַ שאַרפֿזיניקע הײַנטצײַטיקע באַנעמונג פֿון יצירות און געשטאַלטן פֿון ייִדישע ליטעראַטור, טעאַטער און פֿאָלקלאָר. די אויסגעוויילטע װערק וועלן פּובליקירט ווערן אין אַ צוויישפּראַכיקן קאַטאַלאָג (ייִדיש/העברעיִש).
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










