9.4 רות לעווינס פֿאָרשטעלונג נאָך סוצקעווערס דערצײלונג אין ירושלים
מאָנטיק, דעם 9טן אַפּריל 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם אורי־צבֿי־גרינבערג־הויז (יפֿו־גאַס 34 ירושלים) וועט פֿאָרקומען אַ מוזיקאַליש־דראַמאַטישע פֿאָרשטעלונג פֿון רות לעווין נאָך אַבֿרהם סוצקעווערס דערציילונג "יאַנינאַ און די חיה", געווידמעט די טראַגישע געשעענישן אין דער ווילנער געטאָ.
דער פּרײַז איז סימבאָליש: 20 שקלים.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










