יצחק לודען ע"ה

דער ייִדישער זשורנאַליסט און שריפֿטשטעלער יצחק לודען איז נפֿטר געוואָרן דעם 4טן נאָוועמבער 2017 אין עלטער פֿון 95 יאָר.
ער איז זוכה געװען צום פּרײַז פֿאַרן לעבנסװעג פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אין יאָר 2016.
כּבֿוד זײַן אָנדענק!
אַן אָנדענק־אַקאַדעמיע וועט פֿאָרקומען פֿרײַטיק, דעם 10טן נאָוועמבער, 11:00 אַ זייגער אין דער פֿרי, אין אַרבעטער־רינג, אױף קאַלישער־גאַס 48 ת"א, טעל. 03-5176764.
די משפּחה זיצט שבֿעה זינט 06.11.2017 אין דער היים אויף עמישבֿ־גאַס 71 גבֿעתיים צווישן די שעהן 13:00-10:00 און 21:00-17:00.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










