אַ ציקל לעקציעס אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט וועגן קולטורן אויף ייִדיש און אויף לאַדינאָ

אינעם לערניאָר 2018-2017, פֿונעם 7טן נאָוועמבער 2017 ביזן 29סטן מאי 2018, וועט תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט דורכפֿירן אַ ציקל לעקציעס אױף העברעיִש וועגן די קולטורן, וואָס זײַנען באַשאַפֿן געוואָרן אויף די שפּראַכן ייִדיש און לאַדינאָ (דשודעזמאָ, דשודעאָ־ספּאַניאָל).
די באַגעגענישן וועלן פֿאָרקומען אַלע דינסטיק צווישן 18:15 און 19:45 אַ זייגער אינעם זאַל "פֿאַסטליכט". זעט די גענויע פּראָגראַם און נאָך פרטים אויף דער בײַגעלײגטער אַפֿישע.
זיך פֿאַרשרײַבן קאָן מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6405400. די פֿרײַנד פֿון דער אינסטאַנץ קאָנען באַקומען אַ ראַבאַט פֿאָרשטעלנדיק דעם קאָד 1001.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










