"אַרבעטער־רינג" עפֿנט אױף נײַע ייִדיש־קלאַסן
די אָרגאַניזאַציע "אַרבעטער־רינג" האָט געמאָלדן, אַז זי עפֿנט אױף נײַע קלאַסן פֿון דער ייִדישער שפּראַך אויף פֿאַרשיידענע ניוואָען: סײַ געוויינטלעכע גרופּעס (אין ניו־יאָרק), סײַ דיסטאַנצירטע קורסן מיט דער הילף פֿון קאָמפּיוטערס (וועלכע פּאַסן פֿאַר די תּלמידים אויף דער גאָרער וועלט). אַלע פּרטים קאָן מען באַקומען אויפֿן וועבזײַטל.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










