רבֿקה באַסמאַן באַגריסט יצחק לודענען
די לאַורעאַטין פֿונעם ערנפּרײַז פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרן יאָר 2015, די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, האָט אָנגעשריבן אַ ספּעציעלע באַגריסונג דעם הײַ־יאָריקן לאַורעאַט – דעם שרײַבער און זשורנאַליסט יצחק לודענען – און געווידמעט אים אָט דאָס ליד:
מיר זײַנען די ערשטע און אפֿשר ניט לעצטע,
מיר זײַנען פֿאַרהיילטע און זײַנען פֿאַרלעצטע,
מיר זײַנען חכמים און זײַנען נאַראָנים,
קוים וואָס געדענקען דעם אייגענעם פּנים.
מיר לאָזן די צײַט אונדז אַרומנעמען, גלעטן
און זוכן אַ בלום וואָס בליט נאָך און שפּעטער,
מיר שיקן פֿאָרויס אונדזער וואָרט צו פֿאַרהיטן,
עס בלײַבט אונדזער וואָרט ניט קיינמאָל אין מיטן.
מיא זײַנען שוין צײַטיק און זײַנען נאָך רוי,
מיר קענען פֿארבײַטן אַ שמייכל אין "אוי"!
מיר קענען דעם אַלף־בית מער ווי פֿאַרשקלאַפֿט
און היטן אים טרעריק פֿון אַלף ביז תּו.
רבֿקה באַסמאַן בן־חיים,
4.11.2016

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










