אַ יובֿל פֿונעם זשורנאַל "אויפֿן שוועל"
אינעם פֿאַרלאַג "ייִדיש־ליגע" אין ניו־יאָרק איז דערשינען אַ נײַער נומער (373-372) פֿונעם ליטעראַריש־קינסטלערישן זשורנאַל "אויפֿן שוועל", וואָס איז נאָר וואָס געוואָרן 75 יאָר אַלט.
כּמעט דער גאַנצער נומער איז געווידמעט דער טעאַטראַלער טעמע. די מחברים קומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, פֿראַנקרײַך, רוסלאַנד, אויסטראַליע, ווי אויך פֿון ישׂראל. פּראָפֿ' דבֿ־בער קאָטלערמאַן פֿון בר־אילן־אוניווערסיטעט האָט געשריבן אַן אַרטיקל "די סאָוועטישע 'בעסאַראַבער קאַמפּאַניע' פֿון 1940 און דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער טעאַטער"; רייזע טורנער האָט צוגעגרייט אַ פֿאַרצייכענונג "די כעלעמער חכמים וואַקסן אַרויס אין בקעה, ירושלים: דבֿורה קאָסמאַן און איר אייגנאַרטיקע שפּראַכפּראָגראַם פֿאַר גימנאַזיע־מיידלעך".
דעם פֿולן אינהאַלט און מער פּרטים זעט דאָ.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










