8.12 אין רמת־אָבֿיבֿ אַ באַגעגעניש וועגן דעם פּוילישן ייִדנטום
דאָנערשטיק, דעם 8טן דעצעמבער 2016, 19:00 אַ זייגער, אינעם מוזיי "בית־התּפֿוצות", וואָס געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וועט פֿאָרקומען אַן אָנדענק־אָוונט, געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם פּוילישן ייִדנטום.
אין דער פּראָגראַם – זעלטענע דאָקומענטאַרע פֿילמען וועגן וואַרשע און אַנדערע שטעט, וווּ ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן געלעבט אַ סך ייִדן.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










