Skip to main content

אַלע נומערן פֿון "לעבנס־פֿראַגן" זענען דיגיטיזירט

דער "אַרבעטער־רינג" אין ישׂראל טײלט מיט, אַז עס איז פֿאַרענדיקט געוואָרן מיט הצלחה דער פֿולער פּראָיעקט פֿונעם דיגיטיזירן אַלע נומערן פֿון די "לעבנס־פֿראַגן" – די לעצטע צײַטשריפֿט, וואָס איז אַרויסגעגאַנגען אין משך פֿון 63 יאָר (1951 - 2014) אויף ייִדיש אין מדינת־ישׂראל.

שוין פֿון איצט אָן זײַנען אַלע זײַטלעך פֿון יעדן נומער צוגענגלעך פֿאַר יעדן פֿאָרשער און היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכער, פּאָליטישער און קולטורעלער געשיכטע און פֿאַר יעדן ליבהאָבער פֿון ייִדישן װאָרט, וועלכע וועלן דאָ געפֿינען אַ שלל אינפֿאָרמאַציע פֿון היסטאָרישן באַדײַט.

דעם פּראָיעקט האָט ספּאָנסירט פֿון זײַן ירושה פּנחס [פּיניעק] קרישטאַל. עס האָט אים אויסגעפֿירט די ישׂראלדיקע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק. דער אינטערנעץ־אַדרעס פֿון דיגיטאַלע "לעבנס־פֿראַגן" איז http://web.nli.org.il/sites/JPress/Hebrew/Pages/Lebens-Fragen.aspx

בשעת־מעשׂה איז פֿאַרטיק געוואָרן דער צווײטער נומער פֿון "פֿרײַע לעבנס־פֿראַגן" אין אַן אויסגעברייטערטער קאָמפּיוטעריזירטער אויפֿלאַגע: http://lebnsfragn.com/

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria