Skip to main content

5.07 אָוונט אין תּ"א לכּבֿוד דער לידער־סטודיע פֿון נ. ליפֿשיץ

דינסטיק, דעם 5טן יולי 2016, 19:30 אַ זייגער, אינעם לאָקאַל "צוותא 3" (אבן־גבֿירול־גאַס 30, תּל־אָבֿיבֿ) איז פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט לכּבֿוד דעם 18טן יאָרטאָג זינט דער גרינדונג פֿון דערקונסט־סטודיע פֿונעם ייִדישן ליד, אָנגעפֿירט פֿון נחמה ליפֿשיץ.

עס נעמען אָנטייל די זינגערס - תּלמידים פֿון דער סטודיע, ווי אויך דער פֿידלער מיכאל זאַכאַרין, דער קלאַרנעטיסט יעקבֿ יאַכנין, דער קאָנטראַבאַסיסט סטאַס באַולין. בײַם קלאַוויר – די דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע און די רעזשיסערין פֿונעם אָוונט, רעגינע דריקער.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. 

01 3.36

04 0.50

nexama2016studio

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria