אין ענגלאַנד איז אַרויס אַ בוך וועגן ייִדיש־אַמעריקאַנישער ליטעראַטור

דער תּל־אָבֿיבֿער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור א"ן פֿון דער משפּחה גאָלדרײַך און דער פֿאַרלאַג "קיימברידזש יוניווערסיטי פּרעס" מעלדן וועגן דעם אַרויסגעבן אַ זאַמלבוך אויף ענגליש "די קיימברידזשער געשיכטע פֿון ייִדיש־אַמעריקאַנישער ליטעראַטור".
דאָס בוך איז רעדאַגירט געוואָרן פֿונעם פּראָפֿעסאָר פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט חנה ווירט־נשר. נאָך פּרטים באַקומט מען אויפֿן וועבזײַטל און דורך דער בליצפּאָסט.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










