5.05 תּלמידים פֿון תּלמה־ילין־שול זינגען אין גבֿעתיימער טעאַטער

דאָנערשטיק, דעם 5טן מאַי 2016, אינעם גבֿעתיימער שטאָט־טעאַטער איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון די שילערס פֿון דער ייִדישער געזאַנג־סטודיע, וואָס פֿונקציאָנירט בײַ דער גבֿעתּיימער מיטלשול א"נ פֿון תּלמה ילין אונטער דער אָנפֿירונג פֿון הדסה בן־חיים.
די סטודיע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
די אימפּרעזע איז געווען געווידמעט דעם אָנדענק־טאָג פֿון חורבן און גבֿורה פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










