צווישן־אוניווערסיטעטן־פּראָגראַם פֿאַרן צווייטן אַקאַדעמישן גראַד
תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים און בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין באר־שבֿע לייגן פֿאָר אַ קאָמבינירטן צווישן־אוניווערסיטעטן־פּראָגראַם פֿון לימודים פֿאַרן צווייטן אַקאַדעמישן גראַד אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










