Skip to main content

רעננהר אָרקעסטער פֿירט אויס לידער פֿון דער ייִדישער דיכטערין

מאָנטיק און מיטוואָך, דעם 25סטן און דעם 27סטן יאַנואַר 2016, 20:30 אַ זייגער, פֿירט דער אָרקעסטער "סימפֿאָנעט־רעננה" אויס די יצירה פֿון דער קאָמפּאָזיטאָרין אלה מילך־שעריף "חצאי־טונים" (האַלבטענער), וועלכע באַזירט זיך אויף אַ ציקל לידער פֿון דער ייִדישער דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן.

די מוזיקאַלישע יצירה פֿאַר אַן אָרקעסטער און אַ װאָקאַליסטין, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, איז אַ טייל פֿונעם קאָנצערט "עבר והווה נפגשים" (פֿאַרגאַנגענהײט און קעגנװאַרט באַגעגענען זיך).

 דער דיריגענט: עומר ולבר. די סאָליסטן: סערגיי קרילאָוו (פֿידל) און לויִזאַ ליין (געזאַנג). אַדרעס פֿונעם קאָנצערט־זאַל "המשכן למוסיקה ואמנויות": הפּלמ"ח־גאַס 2א', רעננה. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-7457773.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria