6.01 לעקציע און קאָנצערט אין אַרבעטער־רינג, תּ"אָ
מיטוואָך, דעם 6טן יאַנואַר 2016, 11:30 אַ זייגער אינעם לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) איז פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון ד"ר לאה איילון וועגן שירה גאָרשמאַנס בוך "אין די שפּורן פֿון גדוד העבֿודה".
אינעם קינסטלערישן איז אויפֿגעטראָטן דער זינגער מאַקסים לעווינסקי מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון רעגינאַ דריקער.מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










