7.01 לעקציע וועגן אַלט־ייִדישער פֿרויען־ליטעראַטור אין ירושלים
דאָנערשטיק, דעם 7טן יאַנואַר 2016, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) איז פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון פּראָפֿ' חווה טורניאַנסקי אויף דער טעמע: "גליקעל – זכרונות פֿון דער ייִדישער פֿרוי פֿונעם 17טן יאָרהונדערט".
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עליזה ירדן דורכן טעלעפֿאָן 054-6650183.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










