Skip to main content

קאָנצערטן אין פּתּח־תּקווה און נצרת־עלית מיט זשעניאַ פֿײַערמאַן

מיטוואָך, דעם 16טן דעצעמבער 2015, 20:00 אַ זייגער אין פּתּח־תּקווה, אינעם לאָקאַל "שרת" (העלייה־השנייה־גאַס 1), וועט פֿאָרקומען אַ פֿײַערלעכער קאָנצערט לכּבֿוד דעם 90סטן געבוירן־טאָג פֿון דער זינגערין זשעניאַ פֿײַערמאַן.

נאָר וואָס איז זשעניאַ צוריקגעקומען פֿון די גאַסטראָלן אין פּוילן; פֿריִער הײַיאָר האָט זי אויפֿגעטראָטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

און דאָנערשטיק, דעם 17טן דעצעמבער, 17:00 אַ זייגער אין נצרת־עלית, אינעם זאַל "לבֿון", וועט פֿאָרקומען זש. פֿײַערמאַנס קאָנצערט "באַליבטע ייִדישע לידער".

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria