אַמעריקאַנער זשורנאַל געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור
דער פֿרישער נומער (volume 35:3)פֿונעם ענגליש־שפּראַכיקן זשורנאַל Poetics Today ("דיכטונג הײַנט"), אַרויסגעגעבן פֿונעם דיוקער אוניווערסיטעט (די פֿאַראייניקטע שטאַטן), איז פֿולשטענדיק געווידמעט דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג.
דעם נומער האָט רעדאַגירט חנה ווירט־נשר, די דירעקטאָרין פֿונעם גאָלדרײַכס אינסטיטוט פֿאַר ייִדיש־לימודים בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. מער פּרטים באַקומט מען אויפֿן וועבזײַטל.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










