28.10.2026 רעפֿעראַט אין תּ"א: "וואָס עס וואָלט געקאָנט זײַן"־מאָטיוו אין מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור
דער יונה־גאָלדרייך־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור בײַם תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט לאַדט אײַך אײַן אויף ד״ר יעקבֿ הערשקאָוויטשעס רעפֿעראַט אויף דער טעמע:
אַן אַנדער לעבן – דער "וואָס עס וואָלט געקענט זײַן"־מאָטיוו אין מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור.

די אימפּרעזע איז אומזיסט. זי וועט פֿאָרקומען אויף העברעיִש מיטוואָך, דעם 28סטן אָקטאָבער 2026, פֿון 16:00 ביז 18:00 א זייגער, אינעם זאַל 304 פֿון דער גילמאַן־געביידע, אויפֿן קאַמפּוס פֿונעם תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










