9.6.2026 אין נתּניה: צערעמאָניע פֿונעם אָנרופֿן אַן אַלעע א"נ פֿון סוצקעווער
דער שטאָטראַט פֿון נתּניה האָט באַשלאָסן אָנצורופֿן אַן אַלעע אויפֿן נאָמען פֿונעם ייִדישן שריפֿטשטעלער, לאַורעאַט פֿונעם מדינת־ישׂראל־פּרייז: אַבֿרהם סוצקעווער.
דאָס איז אַ גרויסער כּבֿוד פֿאַר דער ייִדישער קולטור.

די אַלעע געפֿינט זיך לעבן דעם ראָג פֿון תּהילה־גאַס און פּיער־קעניג־גאַס.
די צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 9טן יוני 2026, 11:00 אַ זייגער. אַלע ווערן אײַנגעלאַדן.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325









