2026 ייִדישע זומער־פּראָגראַם אינעם תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט אין יולי
די יערלעכע זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון נעמי פּראַווער־קאַדאַר וועט פֿאָרקומען אינעם תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט פֿונעם 5טן ביזן 20סטן יולי 2026.
אינטענסיווע שפּראַך־לימודים אויף 4 ניוואָען וועלן דורכגעפֿירט ווערן פֿון יעד בירן, מירע־רבֿקה בלום, אליעזר ניבאָרסקי און מרים טרין.

די פּראָגראַם אַנטהאַלט אויך פֿילאַרטיקע קולטור־אימפּרעזעס און דעם פֿאָרשונגס־פֿאָרום.
זעט די פּרטים און דעם רעגיסטריר־פֿאָרמולאַר אויפֿן וועבזײַטל: https://international.tau.ac.il/Yiddish_Summer_Program
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325









