Skip to main content

נאָװעמבער 2025 - יוני 2026: באַגעגענישן אין תּל־אבֿיבֿ "דער נײַער בליק אויף דער אַלטער וועלט"

מיר 

מיר לאַדן אײַך אײַן אויף דער סעריע באַגעגענישן "דער נײַער בליק אויף דער אַלטער וועלט. לעבנס־בילדער פֿונעם מזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום", וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 21סטן נאָװעמבער 2025 ביזן 12טן יוני 2026 אינעם מוזיי פֿונעם ייִדישן פֿאָלק "אַנו", אויפן שטח פֿון תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט.

מע טרעפֿט זיך איין מאָל אַ חודש, פֿרײַטיק, צווישן 11:00-09:00 אַ זייגער.

2025mabat

דער אַלגעמיינער פּרײַז פֿון דער סעריע איז 680 שקלים. די פֿרײַנד פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור קריגן אַ ראַבאַט 10%.

זיך פֿאַרשרײַבן קאָן מען דורכן טעלעפֿאָן 073-2563309.

די לעקטאָרן: פּראָפֿ' רוחמה אלבג, פּראָפֿ' אבֿרהם נאָװערשטערן, פּראָפֿ' דוד אסף, פּראָפֿ' נתי כּהן, פּראָפֿ' מאָטי זאַלקין, ד"ר מיכאל לוקין, ד"ר יובֿל ריבֿלין, ד"ר זאב קיציס, עופֿר אדרת, בני מער, לאָרע ביאַליס, רבֿקה אדרת, מאיר בולקע.

אין דער קינסטלערישער פּראָגראַם: װירע לאָזינסקי, יורי פּאָװאָלאָצקי, איגאָר אָסטראָװסקי און מיטגלידער פֿון "די גאַסן טריאָ" גל קליין, יאַנוש הורװיץ, אסף רבי.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria