seker

FaceBook

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

נייַעס

יידיש זינגט זיך: ייִדיש-אינטאָנאַציע קורצע פֿילמען מיט/וועגן דער ריכטיקער ייִדישער אינטאָנאַציע https://www.youtube.com/results?search_query=%D7%99%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9+%D7%96%D7%99%D7%A0%D7%92%D7%98+%D7%96%D7%99%D7%9A+playlist
פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך ״השם ינקום דמם״ פֿון ירחמיאל בריקס זונטיק, דעם 23סטן אויגוסט 2020, 17:00 אַ זייגער, װעט דער ״לייוויק־הױז״ פֿײַערן די פּובליקאַציע...
זשורנאַל "ייִדישלאַנד" "ייִדישלאַנד" איז אַן אומאָפּהענגיקער ליטעראַטורישער זשורנאַל, וועלכער ווערט אַרויסעגעבן אין ישׂראל פֿיר מאָל אַ...
יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת. דער קליפּ איז געשטיצט געוואָרן...
לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן   מיר פֿאַרבעטן אײַך צו הערן לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן - אַ...
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2020 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
קולטור־קאַלענדאַר אױף אַפּריל אינעם חודש אַפּריל איז געבוירן געוואָרן אַ רײ באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
אַ קראַנץ אין "יד־ושם" אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים דעם 21טן אַפּריל 2020 האָט דער דעלעגאַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
קולטור־קאַלענדאַר אויף מערץ אינעם חודש מערץ זײַנען געבוירן געוואָרן די פֿאָלגנדע באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
דער קאָראָנאַװירוס־גלאָסאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע coronavirus pandemic די קאָראָ֜נאַ־ווי֜רוס־פּאַנדעמיע [DI KORÓNA-VÍRUS-PANDÉMYE]containment zone די אײַ֜נהאַלט־<אײַ֜נצאַם־>זאָ֜נע, ־ס[DI ÁYNHALT-<ÁYNTSAM->ZÓNE, -S] cordon off...
אָפּשאַפֿונג פֿון אונדזערע אימפּרעזעס מחמת דער קאָראָנאַװירוס־עפּידעמיע װערן אַלע אימפּרעזעס פֿון דער אינסטאַנץ אָפּגעשאַפֿן אָדער אָפּגעלײגט ביז דער ספעציִעלער מעלדונג....
23.6 תּלמידים פֿון נ. ליפֿשיץ זינגען אין תּל־אָבֿיבֿ דינסטיק, דעם 23טן יוני 2020 (די דאַטע האָט זיך געענדערט), 19:30 אַ זייגער, אינעם...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


"ייִדישלאַנד" איז אַן אומאָפּהענגיקער ליטעראַטורישער זשורנאַל, וועלכער ווערט אַרויסעגעבן אין ישׂראל פֿיר מאָל אַ יאָר. ער איז געגרינדעט געוואָרן אין 2018 און דערשײַנט רעגולער אונטער דער רעדאַקציע פֿון וועלוול טשערנין, מיכאל פֿעלזענבאַום, דובֿ־בער קערלער און וואַלערי דימשיץ. "ייִדישלאַנד" פֿאַרעפֿנטלעכט דיכטונג, פּראָזע, וויסנשאַפֿטלעכע און קריטישע אַרטיקלען געווידמעטע פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור, אינטערוויוען מיט ייִדישע קולטור־טוער, איבערזיכטן פֿון נײַע ביכער אויף ייִדיש און וועגן ייִדיש, זינגלינדער מיט נאָטן אא.

זינט 2020 באַקומט דער זשורנאַל אַ שטיצע מצד דער רעגירונג פֿון שוועדן, וווּ ייִדיש איז אַנערקענט ווי אַ מינדערהייט־שפּראַך. ער ווערט אַרויסגעגעבן פֿולקום אויף ייִדיש מיט רעזומעען אויף העברעיִש, ענגליש און שוועדיש. דער זשורנאַל האָט אַבאָנענטן אין פֿאַרשיידענע לענדער. ס'איז מעגלעך זיך באַקענען מיט ”ייִדישלאַנד" אויף זײַן וועב־זײַטל: https://www.yidishland.com/ , ווי אויך אינעם פֿייסבוק:  https://www.facebook.com/yidishland/?epa=SEARCH_BOX.

Submit to FacebookSubmit to Google PlusSubmit to TwitterSubmit to LinkedIn