seker

נייַעס

18.3 - די פֿאָרשטעלונג פֿון די שילערינס פֿון דער פּלך־שול די פֿאַרבינדונג: https://www.youtube.com/watch?v=3Atk-wzQFTo
די מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג לכּבֿוד דעם ירושלים־טאָג  קוועטשט אָן כּדי צו זען די פֿײַערלעכע מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג לכּבֿוד דעם ירושלים־טאָג
27.1.2021 די פּרעמיערע־פֿאָרלעזונג פֿון א. מאירקעוויטשעס פּיעסע "אַבוש און זאָשקע" דעם 27סטן יאַנואַר 2021, לכּבֿוד דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון חורבן, אין ״זום״ איז פֿאָרגעקומען די...
28.1.2021 פּראָפֿ׳ נתי כּהנס לעקציע װעגן ייִדישער ליטעראַטור אין פּױלן צװישן די מלחמות .פּרטים און בילעטן קריגט מען אױפֿן װעבזײַטל אָדער דורך דער בליצפּאָסט  
באַגריסונג דעם פּראָפֿעסאָר נתן כּהן מיר באַגריסן דעם מיטגליד פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן ראַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
בײלע בריקס־קלײנס אױטאָביאָגראַפֿישע מוזיקאַליש־דראַמאַטישע סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג דעם 9טן דעצעמבער 2020 איז בײלע בריקס־קלײן אױפֿגעטראָטן אינעם גערעם פון אונדזער ציקל "אַן אָפּגע'זומ'דערטן ווינקעלע" מיט דער אױטאָביאָגראַפֿישער...
אַ קראַנץ אינעם צענטער "יד־ושם" אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים  דעם 21טן אַפּריל 2020 האָט אַ דעלעגאַט פֿון דער אינסטאַנץ, אָן עולם, געלײגט אַ קראַנץ אינעם...
ברכה און ווערטערביכל פֿאַר ראש־השנה טײַערע פֿרײַנד, פֿון גאַנצן האַרצן װינטשן מיר אײַך אַ גוט, אַ געזונט, אַ שעפֿעריש און...
אַן אַרטיקל אױף ענגליש װעגן ייִדישע מגפֿה־לידער קליקט דאָ כּדי צו לייענען אַן אַרטיקל אױף ענגליש װעגן ייִדישע מגפֿה־לידער
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2020    דרײַ לאַורעאַטן פֿונעם ייִדישן דערציילונג־קאָנקורס 2020 לייבל באָטוויניק: "פֿלי, פֿאַרבן־פֿלאַטערל, פֿלי" אַלקסנדר פֿיש: "די דרײַ בריוו...

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


אינעם חודש אַפּריל איז געבוירן געוואָרן אַ רײ באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:

מאַקס ווײַנרײַך (22.04.1894, גאָלדינגען, איצט קולדיגאַ, לעטלאַנד – 29.01.1969, ניו־יאָרק) – איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע לינגוויסטן. ער איז געווען צווישן די גרינדערס און אָנפֿירערס פֿון ייִוואָ. זינט 1940 האָט ער געװױנט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. ער האָט אַרױסגעלאָזט די אַקאַדעמישע "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" אין 4 בענדער און אַ סך אַנדערע מאָנאָגראַפֿיעס און אַרטיקלען.

חיים גראַדע (4.04.1910, ווילנע – 7.02.1982, ניו־יאָרק) - אַ באַרימטער דיכטער און פּראָזאַיִקער. אין די יאָרן 1941-46 האָט ער געװױנט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, זינט 1948 – אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. צווישן אנדערן, האָט ער אָנגעשריבן אַ באַלאַדע אין זכר פֿון די ייִדישע סאָוועטישע שרײַבערס, אויסגעראָטענע נאָך סטאַלינס באַפֿעל.

חיים זשיטלאָווסקי (19.04.1865, אושאַטשי, איצט ווײַסרוסלאַנד – 5.05.1943, קאַלגאַרי, קאַנאַדע) - פֿילאָלאָג, פּראָזאַיִקער, ליטעראַרישער קריטיקער, פּאָליטישער טוער; אײנער פֿון אָרגאַניזאַטאָרן און װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ (1908).

אבֿרהם רייזען (8.04.1876, קוידענאָוו, איצט דזערזשינסק, ווײַסרוסלאַנד – 30.03.1953, ניו־יאָרק) - דיכטער, פּראָזאַיִקער, דראַמאַטורג. עטלעכע לידער זײַנע זײַנען געלײגט געװאָרן אױף מוזיק, צום בײַשפּיל "הוליעט, קינדערלעך", און זײַנען זײער פּאָפּולער.

אליעזר שטיינבאַרג (3.04.1880, ליפּקאַן, בעסאַראַביע / מאָלדאָווע – 28.03.1932, טשערנאָוויץ) – דער גרעסטער משלים־שרײַבער אין דער ייִדישער ליטעראַטור, פּעדאַגאָג.

גערש־דוד נאָמבערג (4.04.1874, משטשאָנאָװ, פּױלן – 21.11.1927, וואַרשע) - פּראָזאַיִקער, זשורנאַליסט, געזעלשאַפֿטלעכער טוער. דװקא ער האָט אױסגעטראַכט דעם טערמין "ייִדישיזם". אין זײַן באַרימטסטער דערצײלונג "פֿליגלמאַן" און אַנדערע האָט ער אויסגעדריקט דעם אינערלעכן פּסיכאָלאָגישן קאָנפֿליקט בײַ יונגע ייִדן, וואָס האָבן געהאַט פֿאַרלאָזט די טראַדיציעס פֿון זייער פֿאָלק.

הירש גליק (24.04.1922, ווילנע - זומער 1944, עסטלאַנד) - דיכטער, מחבר פֿונעם ייִדישן פּאַרטיזאַנען־ליד "זאָג נישט קיינמאָל...". בעת דער פֿאַרניכטונג פֿון דער ווילנער געטאָ (אָקטאָבער 1943) האָט ער אַ פּרוּוו געטאָן אַנטלויפֿן, אבער איז געכאַפּט געוואָרן און איבערגעפֿירט אינעם לאַגער "גאָטפֿעלד" אין עסטלאַנד; פֿון דאַנען האָט ער אויך פּרובירט אַנטלויפֿן, אָבער בעתן ויבֿרח איז ער דערמאָרדעט געוואָרן.

 

Submit to FacebookSubmit to Google PlusSubmit to TwitterSubmit to LinkedIn