
נייַעס
באַגריסונג דעם פּראָפֿעסאָר נתן כּהן
מיר באַגריסן דעם מיטגליד פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן ראַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...




קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2020
דרײַ לאַורעאַטן פֿונעם ייִדישן דערציילונג־קאָנקורס 2020 לייבל באָטוויניק: "פֿלי, פֿאַרבן־פֿלאַטערל, פֿלי" אַלקסנדר פֿיש: "די דרײַ בריוו...
יידיש זינגט זיך: ייִדיש-אינטאָנאַציע
קורצע פֿילמען מיט/וועגן דער ריכטיקער ייִדישער אינטאָנאַציע https://www.youtube.com/results?search_query=%D7%99%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9+%D7%96%D7%99%D7%A0%D7%92%D7%98+%D7%96%D7%99%D7%9A+playlist
פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך ״השם ינקום דמם״ פֿון ירחמיאל בריקס
זונטיק, דעם 23סטן אויגוסט 2020, 17:00 אַ זייגער, װעט דער ״לייוויק־הױז״ פֿײַערן די פּובליקאַציע...
זשורנאַל "ייִדישלאַנד"
"ייִדישלאַנד" איז אַן אומאָפּהענגיקער ליטעראַטורישער זשורנאַל, וועלכער ווערט אַרויסעגעבן אין ישׂראל פֿיר מאָל אַ...
יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת
יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת. דער קליפּ איז געשטיצט געוואָרן...
קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר
איר געפֿינט זיך דאָ: הײמזײַט
אימפּרעזעס און אינסטיטוציעס
געשעענישן און ידיעות
דניאלה מאוערס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ



דניאלה מאוערס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ
שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
איצט פּובליקירן מיר די מאַגיסטער־אַרבעט (A.M), צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַטין דניאלה מאוער פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די טעמע איז: די ייִדישע ווערסיעס פֿונעם 'פרק שירה' אין 18-17טן יאָרהונדערטער.
כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט אָן דאָ.