לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

דניאלה מאוערס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו...
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש 2019 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
30.10 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין רעננה מיטוואָך, דעם 30סטן אָקטאָבער 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע...
מרדכי דוניץ איז מער ניטאָ אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿונעם געטרײַעם ייִדישיסט, פֿיליאָריקן כּלל־טוער...
ביילע טראַכטענבערגס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
ייִדיש־סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר ישׂראלדיקע סטודענטן אין יוני 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר װעגן דער ייִדישער קולטור...
14.7 רות לעווין זינגט אין נתּניה זונטיק, דעם 14טן יולי 2019, 11:00 אַ זייגער אינעם נתּניהר קלוב "מרכז דוד" (אחימאיר־גאַס...
6.6 ייִדיש־לימודים אױף שבֿועות פֿאַר דער גאַנצער משפּחה אין תּל־אָבֿיבֿ דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, צווישן 18:30 און 21:00 אַ זײגער, װעט אין...
20.6 אין ת"א - אַ קולינאַרישע רײַזע "די פֿאַרװאַנדלונגען פֿון געפֿילטע פֿיש" די היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע קאָכקונסט־אימפּרעזע "די פֿאַרװאַנדלונגען פֿון געפֿילטע פֿיש" וועט פֿאָרקומען אינעם קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" (דבֿ־הוז־גאַס 30, תּל־אָביב) דאָנערשטיק,...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


bella brix

אין יוני 2019 װעט בײלע בריקס־קלײן אױפֿטרעטן אין תּל־אָבֿיבֿ מיט דער אױטאָביאָגראַפֿישער מוזיקאַליש־דראַמאַטישער סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג ״מײַן טאַטנס טאָכטער״.

בײלע איז געבױרן געװאָרן אין שטאָקהאָלם. בײדע עלטערן אירע זײַנען ניצול געװאָרן אינעם חורבן. זי האָט זיך געלערנט אין ניו־יאָרק און אין ירושלים. האָבנדיק זיך פֿאַרליבט, איז זי עולה געװען אין ישׂראל. איר פֿאָטער, דער ייִדישער שרײַבער רחמיאל בריקס (װאָס האָט איבערגעלעבט די לאָדזשער געטאָ), פֿלעגט זינגען ייִדישע לידער - און זײַן טאָכטער װעט זיך דערמאָנען אין זײ אױף דער בינע, מיט דער פּיאַנע־באַגלײטונג פֿון מישע בלעכעראָװיטש.

בײלע בריקס־קלײן, איצט אַן אלמנה מיט דרײַ קינדער, איז ממשיך צו היטן און צו פֿאַרשפּרײטן די ייִדישע קולטור־ירושה.

דער רעזשיסאָר און רעדאַקטאָר איז דורי אנגל. די פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם קולטור־קרײַז "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ): אױף ייִדיש - מיטװאָך, דעם 12טן יוני 11:30 אַ זייגער; אױף העברעיִש - דעם 4טן, 6טן און 18טן יוני 19:00 אַ זייגער. דער פּרײַז איז 50 שקלים. די בילעטן קאָן מען באַשטעלן דורך די טעלעפֿאָנען 052-7046640, 03-5176764.

Submit to FacebookSubmit to Google PlusSubmit to TwitterSubmit to LinkedIn