עמרי זיידנבערגס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ
שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
איצט פּובליקירן מיר די מאַגיסטער־אַרבעט (A.M), צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַט עמרי זיידנבערג פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. די טעמע איז "רוים, פּאָליטיק און אידענטיטעט אין די שאַפֿונגען פֿון שלום אַש, י"י זינגער און פּרץ מאַרקיש". כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט אָן דאָ.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325










