seker

FaceBook

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

נייַעס

יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד "זאָל זײַן", אויסגעפֿירט פֿון יוני אילת. דער קליפּ איז געשטיצט געוואָרן...
לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן   מיר פֿאַרבעטן אײַך צו הערן לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן - אַ...
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2020 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
קולטור־קאַלענדאַר אױף אַפּריל אינעם חודש אַפּריל איז געבוירן געוואָרן אַ רײ באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
אַ קראַנץ אין "יד־ושם" אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים דעם 21טן אַפּריל 2020 האָט דער דעלעגאַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
קולטור־קאַלענדאַר אויף מערץ אינעם חודש מערץ זײַנען געבוירן געוואָרן די פֿאָלגנדע באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
דער קאָראָנאַװירוס־גלאָסאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע coronavirus pandemic די קאָראָ֜נאַ־ווי֜רוס־פּאַנדעמיע [DI KORÓNA-VÍRUS-PANDÉMYE]containment zone די אײַ֜נהאַלט־<אײַ֜נצאַם־>זאָ֜נע, ־ס[DI ÁYNHALT-<ÁYNTSAM->ZÓNE, -S] cordon off...
אָפּשאַפֿונג פֿון אונדזערע אימפּרעזעס מחמת דער קאָראָנאַװירוס־עפּידעמיע װערן אַלע אימפּרעזעס פֿון דער אינסטאַנץ אָפּגעשאַפֿן אָדער אָפּגעלײגט ביז דער ספעציִעלער מעלדונג....
23.6 תּלמידים פֿון נ. ליפֿשיץ זינגען אין תּל־אָבֿיבֿ דינסטיק, דעם 23טן יוני 2020 (די דאַטע האָט זיך געענדערט), 19:30 אַ זייגער, אינעם...
14.5 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 14טן מאַי 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט...
רייזל טערנערס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 6 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו...
20.4 פֿאָרשטעלונג פֿון לענאַ סאָקאָלאָוו אין חדרה מאָנטיק, דעם 20סטן אַפּריל 2020, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


דאָס איז אַ טיילווײַזע ליסטע. מיר וועלן מיט פֿרייד דערגענצן די רשימה, אויב איר וועט אונדז שיקן די פּרטים. 

אַחוץ דעם, אין פֿאַרשיידענע לערן־אַנשטאַלטן איבער דעם לאַנד – סײַ אַקאַדעמישע, סײַ אַנדערע - קומען פֿאָר לימודים פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. 

וועגן די ייִדיש־קלובן לייענט אויף אַ באַזונדערער זײַט.

 

תּל־אָבֿיבֿ

ייִדישער קולטור־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס און טאָבי פֿרידלאַנד בײַם פּעדאַגאָגישן קאָלעדזש "לעווינסקי". שושנה־פּערסיץ־גאַס 5, טעלעפֿאָן 03-6901667. דירעקטאָרין: ד"ר בתיה אַפּלפֿעלד. וועבזײַטל. בליצפּאָסט YiddishCenter@levinsky.ac.il

 לייוויק־הויז (פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל; פֿאַרלאַג). דבֿ־הוז־גאַס 30, טעלעפֿאָן 03-5231830 , פֿאַקס 03-5237177. פֿאַרזיצער: דניאל גלאי. וועבזײַטל 

שלום־עליכם־הויז. בערקאָוויטש־גאַס 4, טעלעפֿאָן 03-6956513. גענעראַל־דירעקטאָר: פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן. וועבזײַטל. דער צענטער פֿירט דורך פילצאָליקע ייִדישע קולטור־אימפּרעזעס. צווישן זיי איז די קונסט־סטודיע פֿון דעם ייִדישן ליד, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ. דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע איז רעגינע דריקער. 

אַרבעטער־רינג אין ישׂראל. קאַלישער־גאַס 48, טעלעפֿאָן  03-5176764. וועבזײַטל. בליצפּאָסט brtavoda@netvision.net.il

קולטור־צענטער "יונג ייִדיש". די נײַע צענטראַלע אויטאָבוסן־סטאַציע, לעווינסקי־גאַס 108, צימער 5008, טעלעפֿאָן  03-6874433 . גענעראַל־דירעקטאָר: מענדי כּהנא. וועבזײַטל 

טעאַטער "ייִדישפּיל": קאַרליבאַך־גאַס 7, טעלעפֿאָן 03-5254660. גענעראַל־דירעקטאָר און קינסטלערישער דירעקטאָר: שׂשׂי קשת.  וועבזײַטל 

מוזיי "בית־התּפֿוצות" בײַם תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט, קלאַוזנער־גאַס 15, טעלעפֿאָן 03-7457908. וועבזײַטל. די פֿאַראַנטװאָרטלעכע פֿאַר ייִדישע לעקציעס און אַנדערע אימפּרעזעס: רבֿקה אדרת, בליצפּאָסט rivka@bh.org.il

המשך־דור פֿון ייִדיש־ליבהאָבערס, דבֿ־הוז־גאַס 30, טעלעפֿאָן 050-3764062 . פֿאָרזיצער:  אסף גלאי. וועבזײַטל. בליצפּאָסט yiddishloversnextgeneration@gmail.com

 

ירושלים

קולטור־צענטער "יונג ייִדיש". ירמיהו־גאַס 52 ירושלים, טעלעפֿאָן  02-5001395, גענעראַל־דירעקטאָר: מענדי כּהנא. וועבזײַטל 

אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע שטודיעס אויף מענדלס נאָמען בײַ דער ייִדיש־קאַטעדרע פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט. טעלעפֿאָן  02-5883616 . וועבזײַטל 

דבֿ־סדן־אונטערנעמונג פֿאַר די שטודיעס פֿון ייִדיש און מזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט.  וועבזײַטל. טעלעפֿאָן   02-5883527

"יד־ושם" (רשות הזיכרון לשואה ולגבורה) איז באַשעפֿטיקט, צווישן אַנדערן, מיט פֿאָרשונגען אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער קולטור ביז דער צװײטער װעלט־מלחמה; צום בײַשפּיל, די טשערנאָוויצער ייִדיש־קאָנפֿערענץ . וועבזײַטל. טעלעפֿאָן 02-6443570

  

חיפֿה

ייִדישע קולטור־גרופּע אָן אַ רװח־צוועק אויפֿן נאָמען פֿון דוד פּינסקי פֿירט אַ קרײַז "מיר זינגען ייִדישע לידער". פֿאָרזיצער – נתי אליאש. שׂדרות־מוריה־גאַס 125א. טעלעפֿאָן 04-8255626 , פֿאַקס 077-8282883. בליצפּאָסט: netiel@netvision.net.il

 

רמת־גן

צווישנדיסציפּלינרער פֿאָרשונגס־צענטער פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור אויפֿן נאָמען פֿון רינה קאָסטאַ בײַם בר־אילן־אוניווערסיטעט. טעלעפֿאָן 03-5348630

 

בת־ים

מוזיי פֿונעם ייִדישן שרײַבער "שלום־אַש־הויז". אַרלאָזאָראָוו־גאַס 50. וועבזײַטל. טעלעפֿאָן 03-5064536