27.6.2025 זום־רעפֿעראַט וועגן דוד פֿרישמאַנען אין ארץ־ישׂראל
מיט גרויס פֿרייד לאַדן מיר אײַך אײַן אויפֿן זום־רעפֿעראַט וועגן דוד פֿרישמאַנס באַזוך אין ארץ־ישׂראל.
דאַטע: פֿרײַטיק, דעם 27סטן יוני 2025, 10:00 אַ זייגער. לעקטאָר: ד"ר יעד בירן.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט בשותּפֿות פֿון דעם מוזיי "חצר היישוב הישן" און דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
די טעמע הייסט: "גלות, הלא תשאלי לשלום ציונייך? דוד פרישמן בארץ ישראל" ("גלות, צי וועסטו ניט פֿרעגן וואָס מאַכן דײַנע ציוניסטן? דוד פֿרישמאַן אין ארץ־ישׂראל").
די פֿאַרבינדונג צום זום: https://us02web.zoom.us/j/85030499048?pwd=AbcJ6cF0tbYYOsbO2KysKPLXUyxaV5.1
וואָרטצייכן / פּאַראָל: 402348
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325