20.5.2025 קאָנצערט פֿון מאַקסים לעווינסקי אין ראשון־לציון
דינסטיק, דעם 20סטן מאַי 2025, 10:30 אַ זייגער, וועט אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דעם זינגער מאַקסים לעווינסקי מיט דער באַגלייטונג פֿון דער פּיאַניסטין און מוזיקאַלער אַראַנזשירערין אָראַנזשירערין רעגינאַ דריקער.
נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 054-4502447 און 054-5200945. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325