11.5.2025 ,אשדוד: מוזיקאַלישער אָוונט מיט סאַמסאָן קעמלמאַכער
זונטיק, דעם 11טן מאַי 2025, 20:00 אַ זייגער, איז אין אַשדודער קהילה־צענטער "דיונע" פֿאָרגעקומען אַ גרויסער מוזיקאַלישער אָוונט "ייִדיש אויף אייביק" מיט דער באַטייליקונג פֿון דעם זינגער און לידער־מחבר סאַמסאָן (שמשון) קעמלמאַכער.
די אימפּרעזע איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325