
דער ערשטער פֿילם אױף ייִדיש איז דערשינען אין 1911־טן יאָר. פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט די ייִדישע קינאָ־קונסט זיך אַנטוויקלט, דער עיקר, אין פּוילן און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. הײַנט צו טאָג שאַפֿט מען פֿילמען אויף ייִדיש אין ישׂראל, פֿ"ש און אַנדערע לענדער.
והאָ־ראַיה, אינעם יאָר 2014 האָט דער קאַנאַדער פֿילם אױף ייִדיש "די שפּילקע" געוווּנען דעם ערשטן פּרײַז אויפֿן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין וואַרשע. וועגן דעם לייענט די אַרטיקלען אויף ייִדיש און אויף ענגליש.
אין דעם זעלבן יאָר איז אין ישׂראל, מיט דער הילף פֿון דער נאַציאַנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, פּראָדוצירט געװאָרן דער פֿילם "די מוזעס פֿון באַשעװיס־זינגער". ער װערט פּרעזענטירט אױף פֿאַרשידענע פֿעסטיװאַלן איבער דער גאָרער װעלט און באַקומט אױסערגעװײנלעכע אָפּרופֿן.
דער דאָזיקער פֿילם האָט אױפֿגעמאַכט דעם פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע פֿילמען, װעלכער איז פֿאָרגעקומען אינעם ניו־יאָרקער "לינקאָלן־צענטער", און האָט אױסגעהאַלטן דרײַ פּרעזענטירונגען בײַ פֿולגעפּאַקטע זאַלן. דער פֿילם האָט אויך אָנטײלגענומען אינעם אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיװאַל אין מאַיִאַמי און איז אָנגענומען געװאָרן בײַם אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיװאַל אין סיִעטל. אַחוץ דעם, איז דער דאָזיקער פֿילם אײַנגעלאַדן געװאָרן צו אַ סך אַנדערע ייִדישע פֿעסטיװאַלן: אין פֿילאַדעלפֿיע, אין װאַשינגטאָן, אין לאַס־װעגאַס, אין טאָראָנטע, אין קאָפּענהאַגען, אין פּיטסבורג א"אַ.
דעם זומער 2015 װעט דער פֿילם "די מוזעס פֿון באַשעװיס־זינגער" אָנטײלנעמען אין אַ גרױסן און בכּבֿודיקן ייִדישן פֿעסטיװאַל אין סאַן־פֿראַנסיסקאָ. פּאַראַלעל מיט די פּרעזענטאַציעס אין אױסלאַנד, װערט ער דעמאָנסטרירט אין תּל־אָבֿיבֿ, חיפֿה, ירושלים און אין אַ סך אַנדערע שטעט פֿון מדינת־ישׂראל.
אַרטיקלען אויף ענגליש וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן קינאָ (1 2)
אויספֿירלעכער אַרטיקל אויף העברעיִש
פֿילם וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן קינאָ
דאָס ספּעציעלע וועבזײַטל אויף ענגליש
י. הלחמיס אַרטיקל אויף העברעיִש וועגן ייִדישן קינאָ אין ארץ־ישׂראל
ד. דאָלינקאָס אַרטיקל אויף העברעיִש וועגן ייִדישן קינאָ אין פּוילן
צווישנדלעך (פֿאַרבינדונגען) צו זען ייִדישע פֿילמען
דאָקומענטאַלע פֿילמען וועגן די ייִדיש־רעדנדיקע קהילות אין מזרח־אייראָפּע פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה
דאָקומענטאַלע פֿילמען וועגן די ייִדישע קולטור־טוערס
אינפֿאָרמאַציע־באַזע וועגן ייִדישן קינאָ
צענטער פֿונעם ייִדישן קינאָ אין בראַנדייס־אוניווערסיטעט, מאַסאַטשוסעטס, פֿ"ש