seker

נייַעס

6.1.2022  ליטעראַרישע לעקציע פֿון לאה גאַרפֿינקל אין ירושלים  דאָנערשטיק, דעם 6טן יאַנואַר 2022, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...
אַ ייִדישע ווערסיע פֿונעם ליד "מי האיש החפץ חיים": ווער איז דער מענטש מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור איז צוגעגרייט און רעקאָרדירט געוואָרן...
דאָס בוך "דעקאַמעראָן" איז דערשינען אויף ייִדיש  דזשאָוואַני באָקאַטשאָס קלאַסיש בוך "דעקאַמעראָן" איז איבערגעזעצט געוואָרן פֿון איטאַליעניש אויף ייִדיש פֿון...
5.11.2021 ווירטועלע עקסקורסיע: ירושלים אינעם סאַטירישן שפּיגל פֿונעם שרײַבער דער טונקעלער פֿרײַטיק, 5.11.2021, 10:00 אַ זייגער, וועט אָנהייבן אַ ווירטועלע עקסקורסיע מיטן ליטעראַטור־פֿאָרשער ד"ר יעד...
11.12.2021 אויפֿטריט פֿון נתן העכט אין אלקנה מוצאי־שבת דעם 11טן דעצעמבער 2021, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם...
4.11.2021 אַל־ישׂראלדיקער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן איו אַשקלון דאָנערשטיק, דעם 4טן נאָוועמבער 2021, 18:00 אַ זייגער, אינעם אַשקלונער קאָנגרעסן־צענטער (מכללה) איז...
14.11.2021 אין תּל־אָבֿיבֿ - צוטיילונג פֿונעם לעבנס־אויפֿטו־פּרײַז די צערעמאָניע וועט מען קאָנען קוקן דירעקט אויף אונדזער פֿייסבוך־זײַט אָדער דורך אונדזער...
2.12.2021 קאָנצערט פֿון אָלגע־אבֿיגיל מיעלעשטשוק אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 2טן דעצעמבער 2021, 11:00 אַ זייגער, אין דעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס,...
9.11.2021 קאָנצערט פֿון ווירע לאָזינסקי אין רעננה   דינסטיק, דעם 9טן נאָוועמבער 2021, 17:30 אַ זייגער, אין דעם רעננהר ייִדיש־קלוב "מאַמע־לשון" (אופסטרלנד־גאַס 2,...
21.10.2021 פֿאָרשטעלונג פֿון נתן העכט אין רעננה דאָנערשטיק, דעם 21סטן אָקטאָבער 2021, 19:30 אַ זייגער, אין דעם רעננהר ייִדיש־קלוב (הגנה־גאַס 114, מרכז תרבות...
11.10.2021 קאָנצערט פֿון רות לעווין אין ראשון־לציון מאָנטיק, דעם 11טן אָקטאָבער 2021, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען"...
5.10.2021 קאָנצערט פֿון לאנה סאָקאָלאָוו אין גן־שורק דינסטיק, דעם 5טן אָקטאָבער 2021, 19:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן...

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


פֿאַר די קלאַסיקערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור רעכענען זיך געוויינלעך מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און יצחק־לייבוש פּרץ. די דרײַ שריפֿטשטעלערס האָבן אַרײַנגעטראָגן אַן אומאָפּשאַצלעכן צושטײַער סײַ אין דער פּראָזע, סײַ אין דער דיכטונג, סײַ אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער שפּראַך.

צו דער־אָ קאַטעגאָריע וואָלט מען געדאַרפֿט צורעכענען אויך דעם פּראָזאַיִקער יצחק באַשעוויס־זינגער, וועלכער איז אינעם יאָר 1978 באַלױנט געוואָרן מיטן נאָבעל־פּרײַז אין ליטעראַטור־געביט.

mendele moher sfarimמענדעלע מוכר־ספֿרים (וועמענס אמתער נאָמען איז געווען שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש) איז געבוירן געװאָרן דעם 2־טן יאַנואַר 1836 אינעם שטעטל קאַפּוליע (הײַנט געהערט צו ווײַסרוסלאַנד) און געשטאָרבן דעם 8־טן דעצעמבער 1917 אין אָדעס (הײַנט אין אוקראַיִנע).מען פֿלעגט אים רופֿן "דערזיידעפֿון דער ייִדישער ליטעראַטור", ווײַל ער איז געווען דער ערשטער ייִדישער נאָוועליסט; אַ דאַנק זײַנע װערק איז באַרײַכערט און באַנײַט געװאָרן די ייִדישע שפּראַך.

לייענט נאָך וועגן אים אויף העברעיִש און אויף ענגליש.

זעט דעם דאָקומענטאַלן פֿילם

shalom aleihemשלום־עליכם (וועמענס אמתער נאָמען איז שלום ראַבינאָוויטש) איז געבוירן געװאָרן דעם 3־טן מערץ 1859 אינעם שטעטל פּערעיאַסלעוו (הײַנט אין אוקראַיִנע) און געשטאָרבן דעם 13־טן מאַי 1916 אין ניו־יאָרק. שלום־עליכם שמט װי דער גרעסטער ייִדישער שריפֿטשטעלער פֿון אַלע צײַטן, איבער הױפּט אַ דאַנק זײַן פֿאָלקסטימלעכן הומאָר און מײַסטערישע באַשרײַבונגען פֿון פֿאַרשיידנאַרטיקע פֿאָלקס־כאַראַקטערס.

דאָ געפֿינען זיך אַלע שלום־עליכס ווערק אין אַ דיגיטאַלער פֿאָרעם מיטן זוכצעטל און אַ קאָמענטאַר. לייענט נאָך וועגן דעם שרײַבער אויף העברעיִש און אויף ענגלישזעט דעם דאָקומענטאַלן פֿילם. הערט רעקאָרדירונגען פֿון שלום־עליכמס קול.

perezיצחק־לייבוש פּרץ איז געבוירן געװאָרן דעם 18־טן מאַי 1851 אינעם שטעטל זאַמאָשטש (פּוילן) און געשטאָרבן דעם 3־טן אַפּריל 1915 אין וואַרשע. ער האָט געשריבן קורצע דערציילונגען און לידער, דער עיקר וועגן פּשוטע מענטשן און וועגן חסידות. 

אינעם 1908־טן יאָר איז פּרץ געווען צווישן די בכּבֿודיקע פּערזענלעכקייטן, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער טשערנאָוויצער ייִדישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ.

לייענט נאָך וועגן אים אויף העברעיִש און ענגליש

 

zingerיצחק באַשעוויס־זינגער איז געבוירן געװאָרן דעם 21־סטן נאָוועמבער 1902 (לויט אַנדערע אָנגאַבן – דעם 14־טן יולי 1904) אין וואַרשע און געשטאָרבן דעם 24־סטן יולי 1991 אין מאַיאַמי (די פֿאַראייניקטע שטאַטן). ער איז הויפּטזאַכלעך באַרימט געוואָרן אַ דאַנק זײַן פֿילאָסאָפֿישער פּראָזע, אין וועלכער דער שרײַבער באַמיט זיך צו פֿאָרשן די באַציִונגען צווישן די געטלעכע יסודות און דעם מענטשלעכן קיום. 

בעתן באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז האָט באַשעוויס־זינגער געמאָלדן, אַז ייִדיש האָט נאָך ניט געזאָגט דאָס לעצטע וואָרט. הערט און לייענט זײַנערעדעס בײַם באַקומען דעם פּרײַז. לייענט נאָך וועגן אים אויף ייִדישהעברעיִש און ענגליש.

דאָקומענטאַלער פֿילם "די מוזעס פֿון באַשעוויס־זינגער", פּראָדוצירט מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאַנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור