מאָנטרעאָלער ייִדישע ביבליאָטעק טיילט אויס ליטעראַרישע פּרײַזן
אויך דאָס יאָר וועט די מאָנטרעאָלער ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק (קאַנאַדע) אויסטיילן דרײַ ליטעראַרישע פּרײַזן צו ייִדישע שריפֿטשטעלער, וועלכע האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט נײַע ביכער אין משך פֿון די יאָרן 2025-2024.

דער לעצטער טערמין פֿאַרן אַרויסשטעלן די קאַנדידאַטורן און אַרײַנשיקן די ביכער איז דער 15טער אויגוסט 2026.
דער/די שרײַבער(ין) מעג וווינען אין וואָסער לאַנד עס זאָל ניט זײַן. אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָבן מיכאל פֿעלזענבאַום, דבֿ־בער קאָטלערמאַן און אַנדערע ישׂראלים באַקומען אַזעלכע פּרעמיעס.
.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
























