7.12.2025 זום־רעפֿעראַט וועגן באַלעבטן ייִדיש אין חסידישער סבֿיבֿה
זונטיק, דעם 7טן דעצעמבער 2025, 18:00 אַ זייגער (ישׂראל), פֿאַרבעט אײַך "דער המשך־דור ליבהאָבערס פֿון ייִדיש" צוצוהערן דעם רעפֿעראַט "דאָס באַלעבטע און דינאַמישע ייִדיש אין דער חסידישער סבֿיבֿה?"
לעקטאָר: איתמר הענדעלמאַן־סמית, שרײַבער און זשורנאַליסט.
עס פֿירט אָן אסף גלאי.
מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿאַר פֿריִער אויפֿן אַדרעס: https://www.leyvik.org/event-details/hsydys-yydys-hyh-wbwtt-bwlm-hhsydy/form
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
