נאָוועמבער-דעצעמבער 2025: זום־אינטערוויו וועגן ייִדישע משפּחות
פֿונעם 9טן נאָוועמבער ביזן 7טן דעצעמבער 2025 וועט אין זום פֿאָרקומען אַ סעריע אינטערוויוען וועגן היסטאָרישע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן משפּחה־לעבן און זייער אָפּשפּיגלונג אין ליטעראַטור, פּרעסע, טעאַטער און קינאָ: "ביידיש זה נשמע אחרת" ("אויף ייִדיש קלינגט עס אַנדערש").

מע קאן באצאלן פאר דער גאנצער סעריע אדער 30 ש"ח פאר יעדער אימפרעזע באזונדערש.
דאָס ערשטע באַגעגעניש: 9.11.2025, 17:30 א זייגער. טעמע: משפּחהדיקע דילעמעס, אַרויסגערופֿענע פֿון דער לעבנס־מאָדערניזאַציע (סוף 19טן יאָרהונדערט - די צוואַנציקער יאָרן פֿונעם 20סטן י"ה). לעקטאָר: ד"ר מרדכי יושקאָװסקי. אינטערוויויִרערין: נעמה גליל. כדי צו פארשרייבן זיך, קוועטשט דאָ.
דאָס צווייטע באַגעגעניש: 16.11.2025, 17:30. טעמע: קינדהייטס־בילדער אין די זכרונות פֿון ייִדישע שרײַבערס. לעקטאָר: פּראָפֿ' נתן כּהן. אינטערוויוירערין : נעמה גליל. כּדי צו פֿאַרשרײַבן זיך, קוועטשט דאָ.
דאָס דריטע באַגעגעניש: 23.11.2025, 17:30. טעמע: די "ייִדישע מאַמע" אין ליטעראַטור, קינאָ און טעאַטער. לעקטאָרין: ד"ר לאה גאָרפֿינקל. אינטערוויויִרערין: ד"ר בילי שילה. כּדי צו פֿאַרשרײַבן זיך, קוועטשט דאָ.
דאָס פֿערטע באַגעגעניש: 30.11.2025, 17:30. טעמע: נתן אלתרמן און זײַן "מאַמע־לשון". לעקטאָרין: ד"ר נוגה רובין. אינטערוויויִרערין: נעמה גליל. כּדי צו פֿאַרשרײַבן זיך, קוועטשט דאָ.
דאָס פֿינפֿטע באַגעגעניש: 7.12.2025, 17:30. טעמע: ווי אַזוי האָט טאָגטעגלעך פֿונקציאָנירט אַ ייִדישע משפּחה אין וואַרשע. לעקטאָר: בני מער. אינטערוויויִרערין: נעמה גליל. כּדי צו פֿאַרשרײַבן זיך, קוועטשט דאָ.
צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?
צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325
