Talk to me in Yiddish, my land, and I'll address you in Hebrew
Ya'akov Glat'shteyn (Jacob Glatstein), American-Yiddish poet: "Talk to me in Yiddish, my Jewish land, and I'll certainly address you in Hebrew"
רעד צו מיר ייִדיש, מײַן ייִדיש לאַנד.
און איך וועל צו דיר רעדן עבֿרית ממילא.
אַבֿרהם מיט שׂרהן קומען מיר אַנטקעגן
פֿון דער מערת־המכפּלה...
"גאָט־העלף, זיידע־באָבעשי."
אַבֿרהם גייט שווײַגנדיק די גאַס אַריבער.
"נעם זיך ניט צום האַרצן, יאַנקעלע,"
זאָגט שׂרה, "ער איז מבֿין כּל דיבור."
"ס'איז אַזוי דאָ אָנגענומען -
מאַנצביל דאַרף ייִדיש שטומען.
אָבער אַ ייִדענע פֿון ייִדיש־טײַטש
האָט אויך עפּעס־וואָס צו זאָגן.
זאָג איך דיר: גאָט־העלף, מײַן קינד,
זאָלסט מיר אַל־דאָס־גוטס פֿאַרמאָגן.
גלייב מיר, יאַנקעלע, ס'וועט קומען אַ צײַט
אין חמשה־עשׂר־לאַנד פֿון ראָזשינקעס און פֿײַגן,
אַז אַלע עבֿרית־קינדער
וועלן אויפֿהערן ייִדיש שווײַגן.
און אַז זיי וועלן זיך צערעדן,
וועלן זיי, וועט אַ נחת זײַן צו הערן.
אַזוי וועט געשען, יאַנקעלע מײַן קינד,
אַ שבֿועה קען איך דיר שווערן."
דער זיידע אַבֿרהם פֿון יענער זײַט גאַס
ווינקט צו מיר און פֿאָכעט מיט דער פֿאַטשיילע...
אָ, רעד צו מיר ייִדיש, מײַן ייִדיש לאַנד,
און איך וועל צו דיר רעדן עבֿרית, ממילא!
News
Is it important for you that the Yiddish language and its culture be preserved and developed?
Would you like to memorialize your relative?
Then contact Yehudit Solel at 03-6006325