Skip to main content

זשורנאַליסט אַריה לאָנדאָן איז געשטאָרבן

arye london

דער ייִדישער זשורנאַליסט און פּעדאַגאָג אַריה (לייב) לאָנדאָן איז נפֿטר געוואָרן פֿונעם ראַק (קאַנצער) אין עלטער פֿון 71 יאָר.

אַריה איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1946 אין ווילנע, פֿאַרענדיקט סאַנקט־פּעטערבורגער אוניווערסיטעט, איז עולה געווען און אין משך פֿון צענדליקער יאָרן האָט געאַרבעט אין ייִדיש־רעדאַקציע פֿון דער ראַדיאָ־סטאַנציע "קול־ישׂראל". ער האָט אויך פֿארפֿאַסט לערן־מאַטעריאַלן און געפֿירט קורסן פֿון דער ייִדישער שפּראַך.

די לווייה וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 1טן יוני, 14:00 אַ זייגער אויפֿן בית-עולם "פּרדס־חיים" אין כּפֿר־סבא.

צי איז אײַך וויכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן אָפּגעהיט און אָפּגעוויקלט ווערן?

 צי ווילט איר פֿאַראייביקן דעם זכר פֿון אײַער קרובֿ(ה)?
טאָ ווענדט זיך צו יהודית סולל דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325

נייַעס

    לייענזאַל

    olam kria