תּל־אָבֿיבֿ, 19.11.2019.
די צוטיילונג פֿון די ערנפּרײַזן פֿאַר ייִדישער קולטור
די לערערין אסתּר ראָזשאַנסקי באַקומט דעם פּרײַז
די לערערין רבֿקה רײַך באַקומט דעם פּרײַז
מירי יעקבֿ, די טאָכטער פֿון דער אַקטריסע אַנאַבעלאַ יעקבֿ ע"ה, באַקומט דעם פּרײַז, וואָס איז צוגעטיילט געוואָרן איר מאַמען
עטל ניבאָרסקי באַקומט דעם ערשטן פּרײַז פֿונעם דערציילונג־קאָנקורס
לייענט דעם אַרטיקל וועגן דעם קאָנקורס אין דער צײַטונג "פֿאָרווערטס"
שירי שפּירא באַקומט דעם צווייטן פּרײַז פֿונעם דערציילונג־קאָנקורס
רפֿאל האַלף באַקומט דעם דריטן פּרײַז פֿונעם דערציילונג־קאָנקורס
די פֿידלערין חיה ליבֿני
די זינגערין דיאַנע זינגערמאַן
דער זינגער מאַקסים לעווינסקי;
די באַגלייטערין בײַ דער פּיאַנע - רעגינע דריקער
די זינגערין חן לאַקס און איר תּלמידה עדן
דער עולם
יעקבֿ גלאַטשטיין
רעד צו מיר ייִדיש
רעד צו מיר ייִדיש, מײַן ייִדיש לאַנד.
און איך וועל צו דיר רעדן עבֿרית ממילא.
אַבֿרהם מיט שׂרהן קומען מיר אַנטקעגן
פֿון דער מערת־המכפּלה.
"גאָט־העלף, זיידע־באָבעשי."
אַבֿרהם גייט שווײַגנדיק די גאַס אַריבער.
"נעם זיך ניט צום האַרצן, יאַנקעלע,"
זאָגט שׂרה, "ער איז מבֿין כּל דיבור."
"ס'איז אַזוי דאָ אָנגענומען -
מאַנצביל דאַרף ייִדיש שטומען.
אָבער אַ ייִדענע פֿון ייִדיש־טײַטש
האָט אויך עפּעס־וואָס צו זאָגן.
זאָג איך דיר: גאָט־העלף, מײַן קינד,
זאָלסט מיר אַל־דאָס־גוטס פֿאַרמאָגן.
גלייב מיר, יאַנקעלע, ס'וועט קומען אַ צײַט
אין חמשה־עשׂר־לאַנד פֿון ראָזשינקעס און פֿײַגן,
אַז אַלע עבֿרית־קינדער
וועלן אויפֿהערן ייִדיש שווײַגן.
און אַז זיי וועלן זיך צערעדן,
וועלן זיי, וועט אַ נחת זײַן צו הערן.
אַזוי וועט געשען, יאַנקעלע מײַן קינד,
אַ שבֿועה קען איך דיר שווערן."
דער זיידע אַבֿרהם פֿון יענער זײַט גאַס
ווינקט צו מיר און פֿאָכעט מיט דער פֿאַטשיילע...
אָ, רעד צו מיר ייִדיש, מײַן ייִדיש לאַנד,
און איך וועל צו דיר רעדן עבֿרית, ממילא!