seker

נייַעס

11.12.2021 אויפֿטריט פֿון נתן העכט אין אלקנה מוצאי־שבת דעם 11טן דעצעמבער 2021, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם...
4.11.2021 אַל־ישׂראלדיקער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן איו אַשקלון דאָנערשטיק, דעם 4טן נאָוועמבער 2021, 18:00 אַ זייגער, אינעם אַשקלונער קאָנגרעסן־צענטער (מכללה) וועט...
14.11.2021 אין תּל־אָבֿיבֿ - צוטיילונג פֿונעם לעבנס־אויפֿטו־פּרײַז די צערעמאָניע וועט מען קאָנען קוקן דירעקט אויף אונדזער פֿייסבוך־זײַט אָדער דורך אונדזער...
2.12.2021 קאָנצערט פֿון אבֿיגיל מילעשטשוק אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 2טן דעצעמבער 2021, 11:00 אַ זייגער, אין דעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס,...
9.11.2021 קאָנצערט פֿון ווירע לאָזינסקי אין רעננה   דינסטיק, דעם 9טן נאָוועמבער 2021, 17:30 אַ זייגער, אין דעם רעננהר ייִדיש־קלוב "מאַמע־לשון" (אופסטרלנד־גאַס 2,...
21.10.2021 פֿאָרשטעלונג פֿון נתן העכט אין רעננה דאָנערשטיק, דעם 21סטן אָקטאָבער 2021, 19:30 אַ זייגער, אין דעם רעננהר ייִדיש־קלוב (הגנה־גאַס 114, מרכז תרבות...
11.10.2021 קאָנצערט פֿון רות לעווין אין ראשון־לציון מאָנטיק, דעם 11טן אָקטאָבער 2021, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען"...
5.10.2021 קאָנצערט פֿון לאנה סאָקאָלאָוו אין גן־שורק דינסטיק, דעם 5טן אָקטאָבער 2021, 19:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן...
30.9.2021 קאָנצערט פֿון מיכאל ריסקין אין אלקנה דאנערשטיק, דעם 30סטן סעפּטעמבער 2021, 19:30 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם קלוב...
ייִדיש־קורס אױפֿן ״דואָלינגאָ״ אױפֿן װעבאָרט ״דואָלינגאָ״ קאָן מען לערנען אָן געלט פֿאַרשיידענע שפּראַכן - איצט אויך ייִדיש....
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2021 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
7.10.2021 קאָנצערט פֿון חן לאַקס אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 7טן אָקטאָבער 2021, 11:00 אַ זייגער, אין דעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס,...

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


די ייִדישע ליטעראַטור־קלאַסיקערס: שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, מענדעלע מוכר־ספֿרים
ייִדישע לידער האָבן געוווּנען אינטערנאַציאָנאַלע פּאָפּולערקייט
ייִדיש איז אַנטשטאַנען אינעם 10־טן יאָרהונדערט אויף דער טעריטאָריע פֿון איצטיקן מערבֿ־דײַטשלאַנד
ייִדישע ווערטערביכער: געדרוקטע און קאָמפּיוטעריזירטע

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין אַ שפּאָגל נײַער און שפּאַנענדער אונטערנעמונג, דהײַנו, –  קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש. דער קאָנקורס װערט געמאָלדן פֿאַר די בירגער און תּושבֿים פֿון מדינת־ישׂראל, װעלכע האָבן דערװײַל קײן מאָל נישט פּובליקירט זײערע װערק, אָדער האָבן יאָ פּובליקירט ניט מער װי אײן בוך אױף ייִדיש.

די תּנאָים פֿונעם קאָנקורס:

אײן דערצײלונג, װאָס איז נאָך ניט געװען געדרוקט, דאַרף באַשטײן פֿון 3000 װערטער, אָן אַ באַגרענעצונג פֿון סטיל און זשאַנער. צום קאָנקורס װעט זײַן גערופֿן אַ בכּבֿודיקע זשורי, װעלכע װעט אױסקלײַבן די געװינער פֿונעם קאָנקורס. די מחברים פֿון דרײַ דערצײלונגען, װעלכע װעלן באַשטימט װערן װי די בעסטע, לױט דער מײנונג פֿון דעם זשורי, װעלן זוכה זײַן צו אַ פּרײַז:

ס'ערשטע אָרט – 3000 שקלים;

ס'צװײטע אָרט – 1500 שקלים;

ס'דריטע אָרט – 1000 שקלים.

דער לעצטער טערמין פּון צושטעלן אַ דערצײלונג אױפֿן קאָנקורס איז דאָנערשטיק, דעם 8טן יולי 2021 ביז חצות.

די לאַורעאַטן פֿונעם קאָנקורס פֿאַר די יאָרו 2019 און 2020 קענען נישט אָנטײל נעמען אינעם הײַיאָריקן קאָנקורס.

די געװינער װעלן צוגעטײלט װערן אָפֿיציעלע לאַורעאַט־דאָקומענטן בעת דער פֿײַערלעכער אונטערנעמונג, און די װערק פֿון די לאַורעאַטן װעלן פּובליקירט װערן אין דער צײַטונג "פֿאָרװערטס".

די שיטה פֿון צושטעלן די װערק צום קאָנקורס:

כּדי צו באַקומען די תּקנות פֿונעם קאָנקורס, אײַנרעכנדיק די פּרטים פֿון איבערצושיקן די דערצײלונגען, די נאָרמעס און קריטעריעס פֿון אָפּשאַצן די קינסטלערישע װערק אאַ"װ, ביטע זיך װענדן אין ביוראָ פֿון דער נאַציאָנאַצער אינסטאַנץ דורך דעם בליצפּאָסט־אַדרעס:  yiddish@yidreshut.co.il

אינעם בריװ װײַזט, ביטע, אָן אײַער נאָמען מיט אַ צושריפֿט "קאָנקורס פֿון אַ קורצער דערצײלונג אױף ייִדיש".

די דערצײלונגען דאַרפֿן זײַן אױסגעזעצט אין דער װאָרד־פּראָגראַם, אינעם לײען־פֿאָרמאַט מיטן שריפֿט פֿון 12 פּונקטן, דער בלױז צװישן די שורות מוז זײַן אָנדערטהאַלבן שורות, אָן קײן שום בילדער און אַנדערע גראַפֿישע צײכענונגען, װי אױך אָן קײן שום אינדעטיטעט־פּרטים.

דער מחבר דאַרף אָנװײַזן זײַן נאָמען און פֿאַמיליע־נאָמען, דעם נומער פֿון זײַן אידענטיטעט־שײַן, װי אױך דעם גילטיקן פּאָסט־אַדרעס, בליצפּאָסט־אַדרעס און טעלעפֿאָן־נומערן.

דערצײלונגען, װעלכע װעלן געשיקט װערן ניט לױט די פֿון אױבן דערמאָנטע תּנאָים, װעלן ניט איבערגעגעבן װערן די זשורי־מיטגלידער, װעלכע װעלן אױסלײענען די צוגעשיקטע דערצײלונגען װי אַנאָנימע װערק.

די קאָנקורס־כּללים:

דער קאָנקורס װערט דורכגעפֿירט אָן אָנװײַזן די נעמען פֿון די באַטײליקטע, אױפֿן אַנאָנימען אופֿן.

ליטעראַרישע אײנצלהײַטן: עס מוז זײַן אַ פּראָזע־װערק, אַ יצירה פֿונעם אָנגעװיזענעם מחבר.

עס װעלן ניט אָנגענומען װערן צום קאָנקורס אױטאָביאָגראַפֿיעס, אָבער די דערצײלונג גופֿא קען יאָ זײַן באַזירט אױף אַ פֿאַקט אָדער אַ געשעעניש פֿון מחברס פּריװאַטן לעבן.

קריטעריעס פֿאַרן קאָנקורס־זשורי:

א'   דער מחבר האָט נאָך ניט פּובליקירט קײן ביכער אָדער יאָ פֿאַרעפֿנטלעכט ניט מער װי אײן בוך אױף ייִדיש, עס מעג זײַן פּאָעזיע אָדער פּראָזע.

ב'   די גרײס פֿון דער דערצײלונג מוז זײַן ניט מער װי 3000 װערטער.

ג'   אַלע אַנדערע קריטעריעס װערן אָפּגעהיט און איבערגעגעבן די זשורי־מיטגלידער לױט די תּקנות פֿונעם קאָנקורס.

דער אופֿן פֿון דער קאָנקורס־דאָקומענטירונג:

יעדע דערצײלונג װעט אָפּגעהיט און אידענטיפֿיצירט װערן נאָר לױטן צוגעטײלטן נומער.

די זשורי־מיטגלידער װעלן באַקומען די טעקסטן צום לײענען אין אַ געדרוקטער פֿאָרם מיט אַ פּערזענלעכן נומער פֿאַר יעדעס װערק.

די געװינער װעלן אינדעטיפֿיצירט װערן לױט די נומערן פֿון די װערק.

די געװינער װעלן באַקומען אַן אָפֿיציעלע מעלדונג דורך דער בליצפּאָרסט אָדער טעלעפֿאָניש.

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִידישער קולטור באַקומט די רעכט צו פֿאַרשפּרײטן די נעמען פֿון די געװינער

װי אױך זײערע װערק אָן קײן שום מאַטעריעלער קאָמפּענסאַציע די מחברים.

מער פּרטים פֿון די קאָנקורס־תּקנות קען מען באַקומען אינעם ביוראָ פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ דורכן בליצפּאָסט־אַדרעס Yiddish@yidreshut.co.il

דאָס צושטעלן אַ דערצײלונג צום קאָנקורס פֿאָדערט אַ װענדונג אין כּלל־ייִדיש, לױטן  https://yivo.org/Yiddish-Alphabet 

Submit to FacebookSubmit to Google PlusSubmit to TwitterSubmit to LinkedIn