לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

6.6 ייִדיש־לימודים אױף שבֿועות פֿאַר דער גאַנצער משפּחה אין תּל־אָבֿיבֿ דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, צווישן 18:30 און 21:00 אַ זײגער, װעט אין...
20.6 אין ת"א - אַ קולינאַרישע רײַזע "די פֿאַרװאַנדלונגען פֿון געפֿילטע פֿיש" די היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע קאָכקונסט־אימפּרעזע "די פֿאַרװאַנדלונגען פֿון געפֿילטע פֿיש" וועט פֿאָרקומען אינעם קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" (דבֿ־הוז־גאַס 30, תּל־אָביב) דאָנערשטיק,...
אימפּרעזע געװידמעט דעם 50סטן יאָרצײַט נאָך איציק מאַנגער דינסטיק, דעם 2טן יולי 2019, 19:00 אַ זײגער, װעט אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרקומען אַ...
יוני אין תּל־אָבֿיבֿ: בײלע בריקס־קלײן אין דער פֿאָרשטעלונג ״מײַן טאַטנס טאָכטער״ אין יוני 2019 װעט בײלע בריקס־קלײן אױפֿטרעטן אין תּל־אָבֿיבֿ מיט דער אױטאָביאָגראַפֿישער מוזיקאַליש־דראַמאַטישער...
6.6 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין נצרת־עלית דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם צענטער "סב" (ליבֿנה־גאַס 2, נצרת־עלית) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם...
23.5: דער פֿילם, אונטערגעשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ, באַטייליקט זיך אינעם תּל־אָבֿיבֿער פֿעסטיװאַל דער פֿילם "אותו האיש" ("דער זעלבער מענטש"), געשאַפֿענער מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר...
13.6 אַל־ישׂראלדיקער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן איו אַשקלון דאָנערשטיק, דעם 13טן יוני 2019, 18:30 אַ זייגער, אינעם אַשקלונער קאָנגרעסן־צענטער צום 23סטן מאָל...
אַקטיאָר קאַראָל פֿעלדמאַן ע"ה אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿונעם ישׂראלדיקן ייִדישן שוישפּילער און...
יוני - יולי 2019: זומער־קורס אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט פֿונעם 30סטן יוני ביזן 25סטן יולי 2019 וועט אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט פֿאָרקומען דער...
24.5 קאָנצערט פֿון די סטודיע־שילערס אין קרית־אונו דעם 24סטן מאַי 2019 איז אינעם זאַל "דגנית" (צה"ל־גאַס 104, קרית־אונו) פֿאָרגעקומען אַ...
14.5 תּלמידות פֿון דער קונסט־סטודיע זינגען אין ראשון־לציון דינסטיק, דעם 14טן מאַי 2019, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס...
13.5 קאָנצערט פֿון יעקבֿ שפּירא אין חדרה מאָנטיק, דעם 13טן מאַי 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


ראַדיאָ־אוידיציעס אויף ייִדיש האָבן זיך אָנגעהױבן אינעם יאָר 1925 אין ברוקלין, ניו־יאָרק; זעט וועגן דעם אַן אַרטיקל אויף ענגליש. דער אויפֿבלי פֿונעם ייִדישן ראַדיאָ האָט פּאַסירט אין די 1930־ער יאָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן

זינט דעמאָלט זײַנען פֿאָרגעקומען אַ סך ענדערונגען. אייניקע ראַדיאָ־סטאַנציעס האָבן זיך פֿאַרמאַכט, פֿיל אַנדערע זײַנען  אַריבער אויפֿן אינטערנעץ־פֿאָרמאַט.

 

הײַנט צו טאָג פֿונקציאָנירן אויף ייִדיש די קומענדיקע סטאַנציעס:

"קול־ישׂראל" טראַנסמיטירט אויף דער פֿרעקווענץ 101.2 מעגאַהערץ יעדן אָוונט צווישן 20:45 - 21:00  אַ זייגער. די ספּיקערס זײַנען אַבֿרהמי זאַקס און רות לעווין. אַחוץ דעם, יעדן שבת 7:00 אַ זייגערפֿירט לאה שלאַנגער אַ פּראָגראַם "אַלץ אויף ייִדיש".  אין אויסלאַנד קאָן מען הערן די דאָזיקע אוידיציעס אויף דער אינטערנעץ

ראַדיאָ "פֿאָרווערטס" (ניו־יאָרק): פֿרישע פּראָגראַמעןאוידיציעס־אַרכיוו 

"דער ייִדישער קול" (באָסטאָן, אַלע מיטוואָך צווישן 19:30 - 20:30 אַ זייגער)  

"נײַער ייִדישער רעפּ" (די פֿאַראייניקטע שטאַטן)

"די ייִדישע שעה" פֿון פּאָרטלענד (די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַלע זונטיק צווישן  10:00 - 11:00 אַ זייגער לויט דער פּאַסיפֿישער צײַט)

"ייִדיש־ראַדיאָ" פֿון וויניפּעג (קאַנאַדע)

פּראָגראַם פֿון שושנה־נחמה שאָסטאַק (אַרגענטינע, אַלע שבת צווישן 21:00 - 22:00 אַ זייגער)

ראַדיאָ "קדימה" (אויסטראַליע): פֿרישער פּראָגראַם; אוידיציעס־אַרכיוו 

ראַדיאָ "שלום" (דענמאַרק)

אַנדערע ייִדישע ראַדיאָ־סטאַנציעס

 

אַרכיוון פֿון אַלטע ייִדישע אוידיציעס

"אוצרות פֿונעם ייִדישן ראַדיאָ" אינעם דאָרע־טייטלבוים־צענטער (פּאַריז)

אַרכיוו פֿונעם ייִדישן ראַדיאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, געזאַמלט פון ה. סאַפּאָזשניק, ד. איסיי און וו. ריינער

אַרכיוו פֿון די אוידיציעס, וואָס זאַלמען און צילה זילבערצווײַג האָבן געפֿירט אין די יאָרן 1949 - 1969

געשיכטע פֿון "נײַע כוואַליעס", וואַרשע

Submit to FacebookSubmit to Google PlusSubmit to TwitterSubmit to LinkedIn